
Sign up to save your podcasts
Or


וויפיל איז דער דורכשניטליכער ריווח פונעם 'עס ענד פּי 500'? — חילוקים פון 'גראוס' און 'נעט', וויאזוי צו רעכענען דעם דורכשניט, און ווען קוקט מען אויף וואס.
כ'האב א געפיל צו ביזנעס, איך אנאליזיר גוט א מצב און פארשטיי צו לעזן פראבלעמען. דערצו פארשטיי איך זיך גוט מיט מענטשן. וואס וואלט געווען דער ערשטער שריט צו ווערן א ביזנעס קאנסאלטענט?
כ'האב זיך אויפגעהויבן פונעם פעיטשעק-צו-פעיטשעק מצב און אנגעהויבן אוועקלייגן געלט מיט'ן ציל פון קויפן א הויז און אינוועסטירן ווייטער. וואו הייב איך אן?
עמיצער וואס איז אין די סערוויס ביזנעס מיט עפעס וואס נאר ער קען צושטעלן: וויאזוי קען ער פארגרעסערן זיינע הכנסות? וואספארא געלעגנהייטן האט איינער וואס פארדינט געלט בלויז פון צייט און עקספערטיז?
ווען ס'איז צייט צו נעמען א שותף: חילוק פון טאן וואס מ'האט ליב ביז פירן א ביזנעס וואס פארקויפט וואס איך האב ליב צו טאן.
וועגן די פחדים פון פריערדיגע ביזנעס-ערפארונגען וואס זיצן טיף אין קאפ און שטערן דעם סוקסעס פון יעצטיגע פראיעקטן.
טאן טובות מיט'ן פאך און עקספערטיז פאר וואס איך באקום געווענליך באצאלט: יא אדער נישט?
אינוועסטירן א חלק פון אוועקגעלייגט געלט אינעם מארקעט אדער אין מיין ביזנעס?
די פארשידענע היכי תמצא'ס פון באשטעלונגען, 'ארדערס' בלע"ז, פונעם סטאק מארקעט מיט פארגלייכונגען צו א זעקל קוקיס אין א גראסערי.
ווען ראובן און שמעון מאכן געשעפטן מיט סחורה געבארגט פון לוי'ן, וועלכער פאדערט דעם ריווח וואס זיין סחורה האט אינדערצווישן פארדינט. פירוש המילות: dividend risk, short calls, call options.
From the publisher's feed