(הֶמְשֵׁךְ). בֵּאוּר ג' הַפְּסוּקִים — לְכוּ נְרַנְנָה — עַל פִּי מִדָּה מְמוּצַּעַת מִדַּת כָּל אָדָם: מִיטְוואָך, אַז מעֶן הוֹיבְּט אָן טְראַכְטעֶן וואוּ וועֶט מעֶן נעֶהמעֶן אוֹיף שַׁבָּת, הֵן בְּפַּשְׁטוּת אוּן הֵן מִיט וואָס וועֶט מעֶן שַׁבָּת'ן — יעֶדעֶר אִיד אִיז דאָך שַׁבָּת גאָר אַנאַנדעֶרעֶר — וועֶרט מָרָה שְׁחוֹרָה'דִיג, אִיז דִי עֵצָה, לְכוּ נְרַנְנָה, בִּטָּחוֹן. וועֶן עֶס קוּמט דאָנעֶרשְׁטאָג, עֶס וועֶרט נעֶהנְטעֶר צוּ שַׁבָּת, אוּן עֶס אִיז נאָך אַלְץ נִיטאָ, אִיז יעֶמאָלט נְרַנְנָה'ט זִיך נִיט, מעֶן פאַרְשׁטעֶהט אַז מְ'דאַרף עֶפּעֶס טאָן. אִיז אַז מְ'זִיצט דאָנעֶרשְׁטאָג'דִיגעֶ נאַכט אוּן מְ'לעֶרעֶנט חֲסִידוּת, יעֶמאָלט אִיז פרֵייטאָג דעֶרהעֶרט מעֶן כִּי אֵ-ל גָּדוֹל גו' וּמֶלֶךְ גָּדוֹל גו', אוּן מִיט דעֶם שַׁבָּת'ט אַ אִיד.
בְּמִנְחָה אֵין אוֹמְרִים תַּחֲנוּן.