Sign up to save your podcastsEmail addressPasswordRegisterOrContinue with GoogleAlready have an account? Log in here.
FAQs about Pinches Glauber - Yiddish:How many episodes does Pinches Glauber - Yiddish have?The podcast currently has 319 episodes available.
August 20, 2021Pashtunsדער זיג פונעם טאליבאן ברענגט אונז צוריק צו דער עטנישער גרופע, די 'פּאַשטונס', פון וועלכער זיי שטאמען — אינאיינעם מיט דער השערה אז יענע זענען אונזערע פארלוירענע ברידער און די אייניקלעך פון די פארטריבענע עשרת השבטים...more28minPlay
August 16, 2021Islamic Emirate of Afghanistanצוואנציג יאר, טויזנטער פאטאליטעטן, און א טריליאן דאלאר — און מען שטייט גענוי דארט וואו מען האט אנגעהויבן דעמאלט: דער טאליבאן הערשט אין אפגאניסטאן, דאסמאל באוואפנט מיט אמעריקאנער געווער. פארוואס איז עס אזוי שווער איינצונעמען דעם דאזיגן דריטן-וועלט לאנד?...more16minPlay
August 12, 2021Infrastructure Billפארשטייער פון ביידע פאליטישע צדדים האבן זיך פאראייניגט אויף א טריליאן-דאלאר ביל, געווידמעט צו פארבעסערן די אמעריקאנער אינפאסטרוקטור — וואס נעמט אריין היפש מער ווי לופטפעלדער, באנען, בריקן, און ראודס...more12minPlay
August 10, 2021Israels Water Storyמדינת ישראל האט אנגעבאטן צו העלפן שטילן דעם דורשט פונעם וואסער-הונגערן שכן ירדן. פון וואו האט דאס לאנד, וואס זיצט אין זעלבער מדבר'דיגער קלימאט, באקומען אזא שפע?...more38minPlay
August 04, 2021Covid Business Travelדי ערשיינונג פון ביזנעס-נסיעות איז געווען איינער פון די גרויסע קרבנות פון דער קאראנא-תקופה, אבער ווי עס זעט אויס וועט עס אזוי בלייבן און מעגליך ברענגען פערמאנענטע תוצאות פאר דער עירליין-אינדוסטריע. — א נקודה וועגן אן עפאכע וואס וויל פאר יעדן פרייז איבערלאזן אירע פינגער-אפדרוקן אויפ'ן המשך פון דער מענטשהייט...more17minPlay
August 03, 2021Is Math Real?ווי גרויס זענען ציפערן? וואו וואוינען נומערן? וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט אן 'עפעס' וואס עקזיסטירט מחוץ לספק, אבער וואס לאזט זיך בשום אופן נישט מגדיר זיין?...more29minPlay
July 29, 2021Ben & Jerry'sאן אייזקרעם פירמע האט גענומען א שטעלונג אין א פאליטישן געפעכט, און זיך געטראפן אין צענטער פון א היציגן שטורעם, וואס נעמט אריין מדינת ישראל, אמעריקע, און צענדליגער אינדיווידועלע שטאטן...more18minPlay
July 27, 2021Fall of Communism - Part 2די וועלט האט צוגעקוקט מיט פארריסענע בליקן ווען דער קאמוניסטישער פארטיין איז מיט א דרייסיג יאר צוריק כמעט איבערנאכט צוזאמגעפאלן. וואס זענען אבער געווען די אנטוויקלונגען וואס האבן געפירט צו יענעם גורל'דיגן מאמענט? — אינעם צווייטן טייל, די ערשטע שפאלטנס אינעם קאמוניסטישן סיסטעם, ביז'ן פולשטענדיגן צוזאמבראך פונעם סאוויעטן פארבאנד...more32minPlay
July 22, 2021Kashrut Monopoly in Israelדי מדינת ישראל רעגירונג איז אויפגעקומען מיט א פלאן פון אוועקנעמען דעם כשרות-מאנאפאל פון דער רבנות הראשית, וואס האט ארויפגעברענגט צופרידנקייט ביי געוויסע און קריטיק פון אנדערע....more13minPlay
July 19, 2021Fall of Communism - Part 1די וועלט האט צוגעקוקט מיט פארריסענע בליקן ווען דער קאמוניסטישער פארטיין איז מיט א דרייסיג יאר צוריק כמעט איבערנאכט צוזאמגעפאלן. וואס זענען אבער געווען די אנטוויקלונגען וואס האבן געפירט צו יענעם גורל'דיגן מאמענט? — אינעם ערשטן, פון דער באלשעוויסטישער רעוואלוציע ביז'ן קאלטן קריג...more29minPlay
FAQs about Pinches Glauber - Yiddish:How many episodes does Pinches Glauber - Yiddish have?The podcast currently has 319 episodes available.