
Sign up to save your podcasts
Or


א מקח-קאנטראקט צו קויפן עפעס פון א קאמפאני שפעטער אין דער צוקונפט איז אויפ'ן סטאק-מארקעט יעצט ווערד געלט. א ווארט וועגן futures און וויאזוי ס'איז אנדערש ווי געווענליכע סטאקס
'קעש עדווענס' איז אן אינוועסטמענט ביי וועלכע געוויסע מענטשן דערלייגן אלעס וואס זיי פארמאגן און אנדערע ווערן ממש נתעשר. וואס איז דאס און וואס איז דער מער-זיכערער מהלך דערצו.
וואס מיינט Vix און Implied volatility, און וויאזוי ניצט מען די זאכן אויפ'ן 'אפשאנס' מארקעט. אויך, פארוואס מענטשן דערלייגן געלט אפילו נאכ'ן ניצן די מיטלען ריכטיג אפצושאצן וויאזוי זאכן גייען זיך אויסשפילן?
א הקדמה-הסבר פאר עלעקטראנישן געלט ווי ביטקאון און קריפטאו-קארענסיס -- וואס דאס איז, דער חילוק פון דעם ביז ׳געווענליכן׳ פאפירנעם געלט, און א ווארט וועגן אינוועסטירן אין די זאכן.
וואספארא אינטערעס האט די פירערשאפט פון א פובליק-קאמפאני אז אירע סטאקס זאלן ארויפגיין? וואס גאראנטירט די עפנטליכקייט אז די קאמפאני-פירערס דערציילן דעם אמת? אויך, וואס מיינט 'אינסייד טרעידינג' און פארוואס איז דער חטא אזוי הארב?
כ'האב אן אינוועסטמענט-מהלך וואס ארבעט דערווייל. ווי לאנג זאל איך ווארטן ביז'ן קענען פעסטשטעלן אויף זיכער אז מיין מיטל איז טאקע מוצלח'דיג?
ואס איז דער 'עס ענד פּי 500'? וואספארא תועלת קומט פון דעם ארויס? ווער איז אלץ אריינגערעכנט דערין, און איז עס א פלאץ וואו איך קען אינוועסטן? ס'איז כדאי?
וואס מיינט 'מארקעט קעפּ' און פארוואס איז דא א ריזן חילוק צווישן די מארקעט קעפּס פון די צוויי אויטאמאביל קאמפאניס טעסלא און דזשי-עם? — אויך, וויאזוי א 'פּאָמפ ענד דאָמפּ' סטאק-מארקעט שווינדל ארבעט
א מהלך צו מאכן אינוועסמענטס אין מער ווי איין פלאץ און דורך דעם מינימיזירן די ריזיקע פון דערלייגן דורך אויסרעכענען וועלכער סטאק וועט ארויפגיין צוליב דער זעלבער סיבה וואס דער אנדערער וועט פאלן. — פירוש רש"י אויף hedging
ואס איז דער עיקר סיבה פארוואס מענטשן קויפן סטאקס: די 'דיווידענטס' — די טשעקס וואס דער קאמפאני שיקט פיר מאל אין יאר, אדער צו קענען פארקויפן דעם זעלבן סטאק פאר א ריווח?
From the publisher's feed