
Sign up to save your podcasts
Or


אויפ'ן סטאק מארקעט געשעען אינטערעסאנטע זאכן, אריינגערעכנט א היכי תמצא פון פארקויפן א זאך וואס כ'האב נאכנישט געקויפט. די שפיל איז פארבינדן מיט ריזיקע, אבער פאראן מיטלען, אריינגערעכנט וואס ווערט אין דער פראפעסיאנאלער וועלט גערופן Covered Puts וואס העלפן זיך באווארענען.
וואס זאל איך טאן ווען כ'וויל יא נעמען א ריזיקע מיט מיין אינוועסטמענט און זיך פארט פארזיכערן נישט צופיל צו דערלייגן? ר' חיים עקשטיין ברענגט אזא מהלך און איז מסביר דעם טייטש פון Covered Calls
וואס טו איך ווען איך וויל קויפן א סטאק אבער פארמאג נישט דאס געלט? א הסבר מיט פשט און אויך הדרכה למעשה פאר 'מאַרדזשין קאָל' (Margin Call)
וואס מיינט 'פּוט אַפּשאָן' (Put Option) און פארוואס רוב מענטשן דערלייגן דארט דאס געלט. אויך, וואס צו טאן כדי יא צו האבן א געלעגנהייט פון יא מאכן ריווח אין פּוט אַפּשאָן
'אפשאנס' איז איינס פון יענע פלעצער וואו 95 פראצענט שפעקולאנטן דערלייגן געלט. חיים עקשטיין לערנט עברי-טייטש פון 'אפשאנס' און איז מסביר וויאזוי דער 5-פראצענט מיעוט מאכט יא געלט
וואס מיינט 'מיוטשועל פאנדס' און ווער מאכט פון דעם געלט? וואס איז אן 'אי-טי-עף' און וואס זענען די מעגליכע מעלות פון דעם איבער אנדערע אינוועסטמענט? ר' חיים עקשטיין מיט הסבר און הדרכה
וואס איז פשט אז דער סטאק פון א גרויסן, שטארקן, אוועקגעשטעלטן קאמפאני פאלט? כ'זאל זיין באזארגט? — אויך, וואס מיינט Day Trading און ווען און ווער זאל עס יא און נישט טאן?
כ'האב געקויפט סטאקס אין א קאמפאני. דאס מיינט אז איך בין יעצט א שותף און כ'קען אריינגיין אין דעם הויפטקווארטיר בעטן א טשעק? — אויך, פשוט פשט פון עטליכע סטאק-טערמינען מיט שייכות צו דעם נושא
מענטשן מאכן געלט ווען סטאקס גייען ארויף און אנדערע ווערן מיליאנערן ווען דער מארקעט פאלט דורך א געוויסן פאטענט. וויאזוי 'שארט מען די מארקעט'?
דער מארקעט האט געטראסקעט. דהיינו: וואס איז געשען? ווער איז געפאלן און פון וואו? ווער האט אים געכאפט -- און בעיקר, וואס געשעט ווען דער מארקעט פאלט?
From the publisher's feed