תניא שיעור אין אידיש - Yiddish Tanya Shiurim - שיעורים בספר התניא

תניא שיעור אין אידיש - Yiddish Tanya Shiurim - שיעורים בספר התניא

By ShuleMoishe Kahana-FreundReligion & SpiritualitySpirituality
Download on the App Store

תניא שיעור אין אידיש - Yiddish Tanya Shiurim - שיעורים בספר התניא episodes

  • סיכום פון פרק ג' וסיפורים - Summary of chapter 3 and anecdotes
    מער איבער דעת. די משפיעים פארציילן איבער'ן דארפסמאן. דער רבי רש"ב פרעגט דעם טאט'ן דער רבי מהר"ש אן ענין אין עבודת ה'. דער דיאגנאזיע פונעם פסיכיאטער אויפ'ן אלטן רבי'ן אין תפיסה. דער רבי מהר"ש ענטפערט א חסיד אלץ קינד. החסיד ר' בנימין קלעצקער אינעם פאבריק אין מאסקווע. דריי טעותים וואס די וועלט האט. דער בארדיטשוב'ער שפרינגט ארויף אויפ'ן טיש. החסיד ר' שמואל מונקעס האט נישט קיין טענות אנטקעגן די רביצין. איבערזיכט אויף פרק ג' בקיצור. די צען בחינות פון די נשמה קדושה וואס קומען פון די עשר ספירות עליונות זענען איינגעטיילט אין צוויי - שכל און מדות. דער אפטייטש פון חכמה בינה און דעת.
    22 min
  • סוף פרק ג' חלק ב' - Chapter 3 Final Part 2
    די דריי חלקים אין שכל. וואס איז חכמה. וואס איז בינה. אורך (לענג) רוחב (ברייט) און עומק (טיעפקייט). וויאזוי שכל ווירקט אויף די מידות יראה - גבורה און אהבה - חסד. וואס איז דעת.
    20 min
  • פרק ג' חלק א' - Chapter 3 Part 1
    דריי מדריגות אין די נפש אלוקית. די צעהן בחינות פון יעדע חלק/מדריגה אין נר"נ וואס קומען פון די עשר ספירות איינגעטיילט צווישן שכל און מידות. דער אפטייטש פון חכמה בינה און דעת - חבּ"ד - די חלק השכל.
    17 min
  • סיכום פון פרק ב', סיפורים וענינים - Summary of chapter 2, anecdotes and more
    עובדא פון אלטן רבי'ן מיט ר' משה ווילענקער. סטודענטן ביי ליובאוויטשער רבי'ן ווילן וואוסן וואס איז דאס די נשמה. א ווארט פונעם רבי'ן רש"ב. א ווארט פונעם רבי'ן ריי"צ בשם זיין טאטן. דער מעזריטשער מגיד און זיין זוהן רבי אברהם המלאך. איבערזיכט אויף פרק ב' בקיצור. די צווייטע נפש פון יעדע איד. חלק אלוק ממעל ממש. ישראל עלו במחשבה. בנים למקום. שורש פון אלע נשמות זענען פון איין מקור כאטש וואס זיי קומען אראפ אין פארשידענע מדריגות. סדר השתלשלות. משל און קשר פון טאט'ן און קינד. די קשר פון א איד מיט די צדיקים פונעם דור. דער לבוש פון א נשמה.
    16 min
  • סוף פרק ב' חלק ד' - Chapter 2 Final Part 4
    ביאור אינעם פסוק "ולדבקה בו" לפי הנ"ל. די יניקה פון די פושעים ומורדים בת"ח. קשיא און ביאור על הנ"ל לויטן זוהר הק' אז די נשמה וואס קומט אראפ ווענדט זיך אין די עלעטערן.
    12 min
  • פרק ב' חלק ג' - Chapter 2 Part 3
    דער סדר השתלשלות וואס די נשמה גייט אריבער. וואס זענען די פיר וועלטן אבי"ע אין קבלה - און די טייטש פון אצילות בריאה יצירה און עשיה. וויאזוי יעדע נשמה ווערט אנדערש אפעקטירט פון דער ירידה אינעם גוף. דער נמשל וויאזוי דער נשמה איז צוגעגליכן צום שייכות און שטענדיגער קשר פון טאט'ן און קינד. די שייכות פון יעדן איד צו די תלמידי חכמים פונעם דור. סיכום פונעם משל און נמשל.
    13 min
  • פרק ב' חלק ב' - Chapter 2 Part 2
    די חילוקים און מדריגות פון פארשידענע נשמות. דער משל: די אנטוויקלונג פונעם מענטש און דער פארבונד מיט'ן מח. דער קשר מיט'ן טאטנ'ס מח.
    17 min
  • פרק ב' חלק א' - Chapter 2 Part 1
    די נפש אלוקית - א חלק אלוקה ממעל "ממש". זי ווערט אריינגעבלאזן אין א איד. א איד קומט פונעם אויבערשטען'ס מחשבה כביכול, נישט ווי אנדערע נבראים - אפילו מלאכים - וואס קומען פון דיבור. אידן ווערן אנגערופן בנים למקום. דעם אויבערשטען'ס חכמה איז ער אליין.
    16 min
  • סוף פרק א' חלק ו' - Chapter 1 Final Part 6
    די פארשידענע מידות רעות - און ביי א איד אויך די גוטע מידות - קומען פון די ד' יסודות פונעם נפש הבהמית. דער מקור און חילוק פונעם נפש הבהמית ביי א איד און ביי אנדערע פעלקער.
    18 min

About תניא שיעור אין אידיש - Yiddish Tanya Shiurim - שיעורים בספר התניא

From the publisher's feed

קורצע שיעורים אויף אידיש אינעם ספר ליקוטי אמרים - תניא, פון דער אלטער רבי הרה"ק ר' שניאור זלמן פון ליאדי - דער בעל התניא ושו"ע הרב, איבערגעגעבן אין א היימישע און לייכטע שפראך, דורך ר' שלום משה כהנא-פריינד.