תניא שיעור אין אידיש - Yiddish Tanya Shiurim - שיעורים בספר התניא

תניא שיעור אין אידיש - Yiddish Tanya Shiurim - שיעורים בספר התניא

By ShuleMoishe Kahana-FreundReligion & SpiritualitySpirituality
Download on the App Store

תניא שיעור אין אידיש - Yiddish Tanya Shiurim - שיעורים בספר התניא episodes

  • פרק א' חלק ה' - Chapter 1 Part 5
    דער אנהויב פונעם ענטפער צו פארשטיין וואס א בינוני איז. כדי צו פארשטיין וואס זיין עבודה איז וואס דאס איז נוגע יעדן איד. די צוויי נשמות/נפשות וואס נאר א איד האט. דער חילוק צווישן דעם יצר און דער נפש. וואס איז דאס דער נפש הבהמית און וויאזוי טוט זי דיקטירן דעם מענטש.
    12 min
  • פרק א' חלק ד' - Chapter 1 Part 4
    ווען מיינט יא א צדיק איינער מיט רוב מצוות און א בינוני האלב אויף האלב. נאך א ראי' אז דאס איז נאר א שם המושאל. סיכום פון וואס מיר האבן געלערנט ביז אהער.
    8 min
  • פרק א' חלק ג' - Chapter 1 Part 3
    קען מען ווערן אנגערופן א צדיק אויב מען האט נאר עובר געווען אויף ווייניג עבירות. וואס מיינט א בינוני. וויאזוי האט רבה זיך געהאלטן פאר א בינוני. וואס האט אביי געטענה'ט אז רבה לאזט נישט קיינעם לעבן. אפשר האט זיך רבה געהאלטן קליין. פון די מעשה פון רב המנונא מיט אליהו הנביא זעהט מען לכאורה אנדערש ווי מען האט געלערנט.
    14 min
  • פרק א' חלק א' - Chapter 1 Part 1
    די שבועה וואס מען באשווערט די נשמה פאר ער קומט אראפ אויף דער וועלט באשטייט פון צוויי חלקים. סתירה אויף די ברייתא פון א משנה אין פרקי אבות. נאך א קשיא צו פארשטיין די שבועה.
    7 min
  • הקדמת המלקט חלק ג' - Compilers Foreword Part 3
    וואס זאל טוהן איינער וואס לערנט אבער פארשטייט נישט דעם ספר. די שכר פון איינער וואס לערנט מיט אנדערע. פארוואס דווקא צום דרוק אנשטאט זיך ווייטער באנוצן מיט די קונטרסים.
    9 min
  • הקדמת המלקט חלק א' - Compilers Foreword Part 1
    די סיבה צום דרוקן דעם תניא. וואס איז דאס יחידות. דער חילוק צווישן לערנען מוסר און הערן פערזענליך פון א רבי'ן. דריי סיבות פארוואס בעצם נישט צו דרוקן דעם תניא אנשטאט יחידות.
    19 min
  • הסכמות - Approbations
    היסטאריע און ביאורים אויף די הסכמות. הסכמה פונעם רבי ר' זושא פון האניפאלי. הסכמת הרה"צ ר' יודא ליב הכהן מ'אניפאלי. הסכמת הרבנים בני המחבר נ"ע.
    16 min

About תניא שיעור אין אידיש - Yiddish Tanya Shiurim - שיעורים בספר התניא

From the publisher's feed

קורצע שיעורים אויף אידיש אינעם ספר ליקוטי אמרים - תניא, פון דער אלטער רבי הרה"ק ר' שניאור זלמן פון ליאדי - דער בעל התניא ושו"ע הרב, איבערגעגעבן אין א היימישע און לייכטע שפראך, דורך ר' שלום משה כהנא-פריינד.